Yiddi Type
by Yiddi AI · Windows
שרייבט אויס אידישע רעקארדינגס אין Word, און שרייבט וואס איר רעדט אין יעדן פראגראם. אלעס אויפן קאמפיוטער אליין, אן אינטערנעט.
דאונלאוד פאר Windowsווערסיע 2.6.2 · 175 MB- Windows 10 / 11
- פריי
- אויף אידיש, ענגליש און עברית

וואס עס טוט
א פראגראם פאר שיעורים, דרשות, טישן און יעדע אידישע רעקארדינג, און פאר שרייבן מיטן קול.
רעקארדינג ← Word
עפנט איין רעקארדינג אדער א גאנצן פאלדער, און באקומט א Word פייל מיטן גאנצן טעקסט, אויסגעטיילט אין פאראגראפן.
טאק און טייפ: Ctrl+Y
דריקט Ctrl+Y, רעדט, און דער טעקסט ווערט געשריבן וואו דער קורסאר שטייט: אין Word, אין אן אימעיל, אין יעדן פראגראם.
לייוו ווערטער
בשעת איר רעדט זעט איר די ווערטער גלייך ווי זיי קומען.
רעדנער
ווען עטליכע מענטשן רעדן, צייכנט דער טעקסט אן ווער רעדט.
טיימס אינעם טעקסט
יעדע שורה האט איר צייט אין דער רעקארדינג. קליקט אויף א ווארט און הערט פון דארט.
אן אינטערנעט
די ארבעט גייט אויפן קאמפיוטער אליין. מען דארף נישט קיין אינטערנעט צום אויסשרייבן.
די פיילס בלייבן ביי אייך
די רעקארדינגס און די טעקסטן בלייבן אויף אייער קאמפיוטער. גארנישט גייט ארויס סיידן איר זאגט יא.
אפדעיטס אליין
ווען ס'קומט ארויס א נייע ווערסיע, ווייזט דער פראגראם עס, און מיט איין קליק איז עס דערהיינטיגט.
אזוי זעט עס אויס
בילדער פונעם פראגראם אליין.


וואס מען דארף
יעדער נארמאלער Windows קאמפיוטער פון די לעצטע יארן.
- Windows
- Windows 10 אדער Windows 11, 64-bit
- זכרון (RAM)
- 4 GB מיטן שנעלן מאדעל; 8 GB אדער מער פארן גענויען מאדעל
- פלאץ אויפן דיסק
- בערך 400 MB פארן פראגראם; נאך בערך 800 MB אויב מען נעמט דעם גענויען מאדעל
- אינטערנעט
- נאר צום דאונלאודן און פאר אפדעיטס. צום אויסשרייבן דארף מען נישט.
ווי אזוי מען אינסטאלירט
עס נעמט א פאר מינוט, און מען דארף נישט קיין אדמיניסטראטאר.
דאונלאוד דעם אינסטאלירער
דריקט אויף דאונלאוד. עס קומט אן א פייל YiddiType-…-Setup.exe אין Downloads.
עפנט עס
דאבל-קליקט אויפן פייל.
אויב Windows זאגט "Windows protected your PC": דריקט More info און דערנאך Run anyway. דאס ווייזט זיך ווייל דער פראגראם איז נישט אונטערגעשריבן ביי א גרויסע פירמע, נישט ווייל עפעס איז נישט אין ארדענונג. עס פרעגט נאר דאס ערשטע מאל.
אינסטאלירט
גייט נאך דעם אינסטאלירער. ער מאכט אן אייקאן אין סטארט מעניו און אויפן דעסקטאפ.
הייבט אן
עפנט Yiddi Type, דריקט נייע פייל, קלייבט אויס די רעקארדינגס, און ווארט ביז עס איז פארטיג. די Word פיילס ווערן געסעיווט אין Documents\Yiddish Transcripts.
פראגעס
קאסט עס געלט?
ניין. Yiddi Type איז פריי. דאס ערשטע מאל רעגיסטרירט מען א פרייע לייסענס פאר דעם קאמפיוטער, און דאס איז אלעס.
גייט עפעס ארויס פון מיין קאמפיוטער?
די רעקארדינגס און די טעקסטן בלייבן אויף אייער קאמפיוטער, און דאס אויסשרייבן גייט אן אינטערנעט. נאר אויב איר זאגט יא צו העלפן פארבעסערן דעם פראגראם, ווערן טעקסטן מיט אייערע תיקונים געשיקט, און מען קען עס אויסלעשן אין סעטינגס ווען מען וויל.
ווי באקומט מען נייע ווערסיעס?
אליין. ווען ס'קומט ארויס א נייע ווערסיע, ווייזט דער פראגראם א קארטל מיט וואס איז נייע, און איר דריקט "אפדעיטן יעצט" אדער "שפעטער". עס דאונלאודט נאר וואס האט זיך געטוישט.
וואס איז דער חילוק צווישן שנעל און גענוי?
דער שנעלער מאדעל איז שוין אינעווייניג און גייט גיך אויף יעדן קאמפיוטער. דער גענויער מאדעל איז אן עקסטרע דאונלאוד (בערך 800 MB) פון אינעווייניג אין פראגראם; ער נעמט לענגער און שרייבט גענויער.
פארוואס זאגט Windows אז דער פראגראם איז נישט באקאנט?
ווייל ער איז נישט אונטערגעשריבן (code-signed) ביי א גרויסע פירמע. דריקט More info און Run anyway; עס פרעגט נאר איין מאל.